צום ערשטן מאל אין ראחמיסטריווקא דינאסטיע: הדלקה ל"ג בעומר על אדמת אמעריקא

דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

פון חצר הקודש ראחמסטריווקא אין ספרינג וואלי איז געמאלדן געווארן אז היי יאר וועט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, די גרויסע הדלקה איז געפלאנט אויף מוצש"ק, ליל ל"ג בעומר, פארנט פון ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אויף ווארענט קאורט אין מאנסי.

כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי וואס איז א בן ארץ ישראל און איז נאך פון פריערדיגע יארן אדוק ומקושר קיין מירון צום היכלא קדישא דרשב"י וועט זיין די ערשטע רבי אין די ראחמסטריווקא דינאסטיע צו נוהג זיין די מנהג ההדלקה אום ל"ג בעומר על אדמת אמעריקא.

תושבי מאנסי קוקן ארויס מיט באגייסטערונג צו אזא דערהויבענע מעמד ההדלקה בריקודין ומחולות לכבוד התנא האלוקי, צוליב די ערווארטעטע ציבור וועט די גאס ארום זיין פארשלאסן אז די ציבור זאל זיך קענען מיטפרייען בשלימות און פועלן ישועות בזכות רבי שמעון.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"