לְמַעַן יַאֲרִיךְ יָמִים עַל מַמְלַכְתּוֹ • חסידי וויז'ניץ וועלן מארגן מרבה זיין בתפילה לזכותו פון רבם ומאורם לרגל יום הבהיר ו' אייר

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם מארגנדיגער טאג ו' אייר איז ביי חסידי וויז'ניץ א יומא דפגרא ווען אין דעם טאג ווערט אפגעצייכענט די 79'סטע יום הבהיר פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א לאורך ימים ושנים טובות, חסידי וויז'ניץ בכל רחבי תבל וועלן אין דעם טאג מרבה זיין בתפילות ובקשות לאריכות ימיו ושנותיו פונעם רבין שליט"א, גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז די אלע חסידים וועלכע וועלן מסיים זיין גאנץ ספר תהילים אין דעם טאג למען בריאותו האיתנה ואריכות ימיו ושנותיו פון רבי'ן וועלן זוכה זיין פארשריבן צו ווערן אין א ספעציעלער כוללות קוויטל וואס וועט איבערגעגעבן ווערן פארן רבי'ן שליט"א אין טאג פון ל"ג בעומר להפקד בדבר ישועה ורחמים.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל