האד' מערלוי וועט אפרעכטן מעמד ההדלקה צוזאמען מיט מעמד אבן הפינה אין קרית ערלוי – הר יונה

זונטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

הונדערטער תלמידי וחסידי ערלוי טוען אין די טעג שטורעמען פאר התרגשות, זיך גרייטענדיג מיטצולעבן זעלטענע געהויבענע מאמענטן, ביים גרויסארטיגן מעמד ההדלקה בליל ל"ג בעומר הילולת הרשב"י, וואס וועט פארקומען אויף אן ערשטמאליגן און היסטארישן פארנעם בתוככי הקהילה אין הר יונה, וואו עס ווערט אצינד געבויעט די נייע קרית ערלוי המעטירה אין די בליענדע ישוב הר יונה אין נוף הגליל.

די היי יעריגע מעמד ההדלקה טראגט גאר א ספעציעלן באדייט, ווען אין לויף פונעם מעמד וועט דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א גיסן די אבן הפינה פאר נאך א דירות פראיעקט וועלכע וועט צוברענגען פרישע צענדליגע דירות פאר חסידי ערלוי תושבי הר יונה, דאס איז אין צוגאב צום ערשטן דירות דעוועלאפמענט אין קרית ערלוי, וואס האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלן.

די רבי שליט"א וועט אנקומען אויף שבת קיין הר יונה און וויילן איבער שבת אינעם נייעם קריה אויף א פריוואטער פארנעם. צומארגנס זונטאג בהר ביום ל"ג בעומר וועט די רבי שליט"א ווי געזאגט מדליק זיין די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, דאן וועט מען צוטרעטן צום שפיץ ווען דער רבי וועט גיסן די אבן הפינה פאר די הרחבת גבולי הקדושה אינעם נייעם שטעטל, נאכגעפאלגט מיט א מעמד לחיים לכבוד היום, ולרגל המאורע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"