האד' מפינסק קארלין אויף יו"ט שביעי של פסח אין שפיטאל

זונטאג ד' דחוה"מ פסח • כ' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ שְׁלַח רְפוּאָה שְׁלֵמָה לְחוֹלֵי עַמֶּךָ

היינט ערב יום טוב איז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א לרפו"ש ווידער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע קאמפליקאציעס אין אן אנטצינדונג וואס די דאקטוירים האבן אנטדעקט ביים רבין שליט"א נאכפאלגענדיג דעם אפעראציע וואס די רבי איז דורך אין די טעג בעפאר יו"ט, דער רבי שליט"א וועט לעת עתה מוזן פארבלייבן אויף יו"ט שביעי של פסח אין די הדסה שפיטאל, אינאיינעם מיט א מנין מקרבים אין די בני המשפחה, וועלכע וועלן פארבלייבן אויף יו"ט אינאיינעם מיטן רבין שליט"א אין שפיטאל.

כלל ישראל איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רבין שליט"א מרן ארי' לייב בן יוכבד מונטשע לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"