העלישע פייער ביי סטאבניצער ביהמ"ד אין בארא פארק; הגה"צ אב"ד סטאבניץ אפגעפירט אין שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן

פרייטאג פ' צו • י"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן היינט צופרי אינעם בנין פון די סטאבניצער ביהמ"ד אויף 60 ביי די 18'טע עוועניו אין בארא פארק, די פייער האט זיך אנגעהויבן אינעם שטוב פונעם רב הביהמ"ד הגה"צ רבי ברוך אברהם הורוויץ אבד"ק סטאבניץ אויפן דריטע שטאק פון די דריי שטאקעדיגע בנין, די רב שליט"א וועלכע האט נעכטן ליל שישי חתונה געמאכט א קינד, איז אפגעפירט געווארן צו די מיימאנידיס שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן, אין צוגאב צו נאך עטליכע משפחה מיטגלידער וועלכע זענען אריינגענימען געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.

בחסדי שמים האבן פייערלעשער באוויזן ארויסצוראטעווען די ספרי תורה פון שוהל אומגעשעדיגט, און כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין פאר די פארוואונדעטע, הרה"ג רבי ברוך אברהם בן העסא און זיין זוהן יהודה צבי בן אסתר שרה לרפואה שלימה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"