דרינגעדע אסיפה במעונו פון הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבודקא נאך בג"ץ אורטייל איבער חוק הגיוס

פרייטאג פ' צו • י"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט בחדרי חרדים

אין שאטן פונעם גזירת גיוס בני הישיבות וואס איז נעכטן דאנערשטאג ווידער ארויפגעברענגט געווארן נאכפאלגנדיג די דראמאטישע אורטייל פונעם ציוניסטישן בג"ץ אפצושטעלן שטיצע פאר חרדישע ישיבות וואס זענען נישט מגייס זייערע בחורים און דערמיט שטיצן זייערע געדאנק פון אריין שלעפן אלע חרדישע אידן אין מיליטער היו לא תהיה, איז היינטיגן ערב שבת אפגעהאלטן געווארן א דרינגענדע אסיפה במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א פון די פירענדע מנהיגים פון די ליטווישע תורה וועלט, אינאיינעם מיט די עסקנים אין חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי, וואו די ראש ישיבה האט זיך אינטערסירט אין אלע פרטים פונעם נעכטיגן אורטייל אין ביים ענדע איבערגעגעבן חוות דעתו אז די חרדישע קאאליציע מיטגלידער זאלן לעת עתה פארבלייבן און די רעגירונג און פרובירן צו אויפקומען מיט לעזונגען צו דעם גזירה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"