שארפע ווערטער פון ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א אין ליכט פון שוידערליכע גיוס בני ישיבות אורטייל

דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאכדעם וואס די העכסטע געריכט אין מדינת ישראל האט היינט ארויסגעשטעלט א דראמאטישע אורטייל אינעם קאמפ פונעם גזירת גיוס בני הישיבות, וואס צווינגט די פינאנץ מיניסטעריום אפצוהאקן אלע געלטער וואס גייען פאר ישיבות ווי בחורים זיצן און לערנען אנשטאט צו דינען אין די טריפה'נעם מיליטער, האט מרן ראש הישיבה הגאון הגדול ר' דב לאנדא שליט"א זיך היינט באצויגן צו די אורטייל ברבים.

היינט נאכט ביי א אסיפה לטובת די ארגענעזאציע ״קרן ההסעות״ וואס ברענגט אריין קינדער פון פרייע געגנטער צו לערנען אין פרומע תלמידי תורה אין די היימישע געגנטער, האט די ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די שענדליכע אורטייל, זאגענדיג אז ווי מער בחורים עס וועלן לערנען אין די ישיבות הקדושות וועט דאס לאנד זיין מער פארזיכערט און ח"ו פארקערט איז א סכנה פון 'לא תקיא הארץ את יושביה' רח"ל.

צווישן זיינע ווערטער האט זיך די ראש ישיבה אויסגעדרוקט אויף די 'רעכטע' רעגירונג, אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף אלע מיני דיבורי הבל וויבאלד 'ימינם ימין שקר'. ער האט אויסגעפירט מיט א ברכה אז די הייליגע תורה הקדושה זאל ווייטער בליען און שפורדלען אין ארצינו הק' און די אלע זאלן ח"ו נישט קענען טשעפען די תורה הקדושה ביז מיר וועלן זוכה זיין אינגיכן צו די גאולה השלימה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"