שמחה עצומה אין סאדיגורה • בן זכר למז"ט געבוירן ביי האד' מסאדיגורה בעצם יום הפורים

זונטאג יום הפורים תשפ”ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר

שמחת בית סאדיגורה

שמחה מתוך שמחה זענען חסידי סאדיגורה היינטיגן זונטאג בעצם יום הפורים – נתבשר געווארן איבער די גרויסער שמחה אינעם רבינס הויף מיטן געבורט פון א בן זכר למזל טוב ביים רועה נאמן כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א.

הונדערטער סאדיגורער חסידים מאכן אצינד זייער וועג קיין בני ברק צו תפילת שחרית אין קריאת המגילה בחצר הקודש, נאכגעפאלגט מיט פרייליכע ריקודין לכבוד די שמחה. שפעטער נאכמיטאג וועט די רבי שליט"א אריינקומען צום משתה היין טיש ברוב עם הדרת מלך ובשיר וקול תודה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל