מרבין בשמחה אין מחנובקא בעלזא; שידוך שליסן פון בעלת תשובה בן בית ביי הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א

דאנערשטאג פ' פקודי • ד' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

א אייגנארטיגע שמחה איז פארגעקומען דעם מאנטאג בחצר הקודש מחנובקא בעלזא, איין נאכט בעפאר די גרויסע שמחה בחצר הקודש וואס איז פארגעקומען דעם דינסטאג אין בית המדרש הגדול אין בני ברק, ווען עס איז בשעה טובה א כלה געווארן א בעלת תשובה וואס איז געוועהן ממש ווי א בן בית ביי הרב הצדיק ר' ישכר דוב רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מממחנובקא בעלזא שליט"א וואס איז באקאנט אלס א אדרעס פאר אלע סארט אידן און נשברי לב.

מאנטאג ביינאכט ליל יום החופה פון הכלה תחי' א טאכטער פון הרה"צ רבי ישכר דוב, נאך די חתן מאל בחצר הקודש איז פארגעקומען די שידוך שליסן און תנאים פון די בעלת תשובה אין די שטוב פון הרב הצדיק ר' ישכר דוב שליט"א, און כחצות הלילה איז כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א אריבערגעקומען צום ווארט אין די שטוב פון בנו הרב הצדיק שליט"א אנגעטוהן מיט די שטריימל נאך פון די אייגענע שמחה און געטאנצן מיט די חתן ברוב שמחה. די רבי האט מיטגעהאלטן די שמחה א משך זמן אין ביים ארויסגיין פון שטוב האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן פאר די חתן און כלה אויזווי די רבי איז זיך נוהג ביי זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"