ויזעקו אל ה' בצר להם • פארערגערונג אין מצב הבריאות פון כ"ק האדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפואה שלימה

מאנטאג פ' פקודי • א' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

ויזעקו אל ה' בצר להם

יעצט באנאכט שטעלט זיך א מנין תהילים אין קאסובער ביהמ"ד אין בארא פארק לרפואתה השלימה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועמענס מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל.

דער רבי שליט"א וועלכע איז פאריאהר דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י געפונט זיך די טעג אין דייטשלאנד אויף באהאנדלונגען, היינט דורכן טאג איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם רבי'נס מצב הבריאות, און דער ציבור ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו, מרן שרגא פייבוש בן מלכה לרפואה שלימה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל