פריש ערוועלטע מעיאר פון אלעד באזוכט ביי האד' מוויז'ניץ נאך געווינס ביי די וואלן

זונטאג פ' ויקהל • כ"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם פרייטאג ערב שבת איז אריין אל הקודש פנימה צו מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א דער פריש ערוועלטע מעיאר פון שטאט אלעד הרב יהודה בוטבול וועלכע איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויז'ניץ אלעד אין די היימישע לאקאלע עסקנים, מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א נאך די געווינס ביי די וואלן די וואך מיט די הילף פון די טויזענטער שטימען פון חסידי וויז'ניץ תושבי אלעד.

די מעיאר האט זיך ווידער באדאנקט פארן אינדארסירונג אין פארשפראכן צו שטיין צו די האנט בכל עת ועונה אין לעומתו האט איהם די רבי אנגעוואונטשן הצלחה אין סייעתא דשמיא בכל אשר יפנה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"