בית שמש מעיאר קאנדידאט שמוליק גרינבוים ערהאלט ברכת הדרך פון הגאון רבי שאול אלתר

זונטאג פ' תרומה • ב' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג האט באזוכט ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין ירושלים די מעיאר קאנדידאט אין שטאט בית שמש העסקן ר' שמואל גרינבוים, וועלכע איז אינדארסירט געווארן דורך ק"ק פני מנחם המעטירה אין בית שמש.

עס זענען געוועהן אנוועזנד די ראשי הקהילה אין בית שמש אין העסקן הרב שמעון גאלדבערג יושב ראש פון די 'שלומי אמונים' פארטיי אין שטאט בית שמש. די ראש ישיבה איז איבערגעגאנגען די פרטי פרטים פונעם הסכם וואס איז אונטערגעשריבן געווארן בנוכחתו, אין ווארעם אנגעוואונטשן די עסקנים 'שיתקדש שם שמים על ידם' אין מען זאל קענען טוהן אין אויפטוהן למען צביון העיר בית שמש.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"