הגאון ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע אנגעקומען אויף לענגערע ביקור חיזוק על אדמת אמעריקא

זונטאג פ' יתרו • י"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

תושבי ניו יארק רבתי גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין די געהויבענע גאסט, מזקני ראשי הישיבות בדורינו, הגאון הגדול ר' משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער קומט צו פארן אויף א לענגערע באזוך קיין אמעריקא מחזק צו זיין די עולם התורה, און אויפטרייבן שטיצע פאר די ריזן תורה נעץ ישיבות הקדושות וכוללי האברכים בארץ הקודש.

די באזוך וועט זיך פארציען פאר גאנצע צוויי וואכן אין וועט זיין איין לאנגע קייט פון הרבצת התורה און חיזוק התורה. אין לויף פון די צוויי וואכן וועט די ראש ישיבה אויפטערטן אין די היכלי התורה והישיבות אין ביי עטליכע עצרות חיזוק לנוכח דער מצב אין ארץ ישראל. די ערשטע וואך פונעם באזוך וועט די ראש ישיבה זיין אין בארא פארק אין לעיקוואד, אין די נאכפאלגענדע וואך פ' משפטים אין באלטימאר, פעסעיק, לארענס אין פלעטבוש. אויף שבת פ' משפטים וועט די ראש ישיבה וויילן בקרב תלמידיו אין שטאט מאנסי.

די הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין די דינער היינט נאכט לטובת די ריזן תורה נעץ בארץ הקודש, וואס קומט פאר אינעם פראכטפולן מאריאט האטעל אין נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערזי.

די ראש ישיבה איז עוסק בתורה אויפן פליגער קיין אמעריקא

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"