אסיפה פאררופן דורך האד' מבאבוב מיטן ציל צו שפארן אומגעהויערע הוצאות החתונה

מיטוואך פ' שמות • כ"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

א וויכטיגע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענע וואך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אמבאלאנגט די וויכטיגע נושא פון די אויסטערלישע הוצאות החתונה וואס פארמערט זיך פון יאהר צו יאהר, די נושא איז געקומען צום אויבערפלאך שטייענדיג און די נאטע תקופה פאר די עפענונג פון די נייע חתונה זאל אין די נייע בנין הת"ת דחסידי באבוב אין בארא פארק נדבת הרבני הנגיד ר' שאול וואלף הי"ו, וואס וועט זיין געווידמעט פאר חסידי באבוב חתונה צו מאכן אויף א בילגערע פארנעם אין דערמיט איינשפארן טייל פון די אומגעהויערע הוצאות וואס א חתונה קאסט אפ.

ביים אסיפה זענען געווען אנוועזנד די עסקנים פון קרן חתנים ד'באבוב און קרן אור החיים ד'באבוב וועלכעש פארטיילן שווערע טויזענטער דאלארן א יאר פאר די חסידים חברי הקהילה בעת שמחתם, און געבן היינט צוטאגס אריבער פופצן טויזענט דאלאר פאר יעדע חתונה. מ'האט פאר א לענגערע צייט נושא ונותן געווען און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות וויאזוי מען קען אראפברענגען די הוצאת החתונה און אין די זעלבע צייט זאלן די שמחות געפראוועט ווערן אויף די שענסטע און העכסטע סטאנדארט וואס שייך.

און די יעצטיגע טעג קומען פאר נאכאנאנדע אסיפות און בארוטונגען מיט נאך קהילות קדושות אויסצוארבעטן אלע פלענער פון דעם ראיון על צד היותר טוב.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"