שמחה עצומה אין זוועהיל • בן זכר למזל טוב געבוירן ביים רבין שליט"א

זונטאג פ' ויחי • י"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי זוועהיל האבן זיך נעכטן געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה הגדולה במעון הקודש פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א בהולדת בנו למזל טוב, מוצאי שבת בליל ההילולא קדישא פון זקינו כ"ק אדמו"ר בעל 'אור אברהם' מזוועהיל זיע"א אור לי"ב טבת.

נעכטן מוצאי שבת איז כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין אפגעגעבן א שבח והודאה פארן רבוש"ע אויף די גרויסע שמחה. העפטיגע צוגרייטונגען ווערן געמאכט די טעג צו די שבת שלום זכר וואס וועט געפראוועט ווערן אין שטאט ביתר אין די שמחת הברית מילה דעם קומענדיגן זינטאג שמות הבעל"ט אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ירושלים.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל