די הוראת שעה פון המקובל הגאון רבי דוב קוק פארן עולם הישיבות אין אמעריקא

דאנערשטאג פ' תולדות • ג' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: בחדרי חרדים

היינט איז באקאנט געווארן איבער אן אייגענארטיגע בריוו וואס דער מקובל הגאון ר' דוד קוק שליט"א פון טבריה האט אפגעשריבן פאר הגאון הגדול ר' דוד שוסטאל שליט"א מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואוד. היינט נאך שחרית האט הרב משה חיים שניידער איבערגעגעבן פארן מקובל הגה"צ ר' דוב קוק שליט"א די בקשה פון הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א ראש ישיבת לעיקוואוד וועלכע האט געבעטן אנפרעגן ביים מקובל וואס די בני ישיבות זאלן זיך מחזק זיין אין די יעצטיגע שעת המלחמה אין ארה"ק. אויפן פלאץ האט דער מקובל אפגעשריבן א תשובה בכתב יד קדשו, וועלכע לויטעט ווי פאלגענד: אז די מענער זאלן זאגן די פרשת עקידה און די נשים זאלן מרבה זיין בצדקה און גמילת חסדים. דער מקובל ענדיגט צו, אז ווער עס וועט מקפיד זיין דערויף, וועט ניצל ווערן מכל צרה וצוקה און ער דארף זיך גארנישט זארגן.

לויט ווי די מקורבים געבן איבער, איז די ראש ישיבה הרב שוסטאל א נאנטע מקורב ביים מקובל הרב קוק און האט שוין אין די פארגאנגעהייט אפגעשיקט עטליכע קריטישע שאלות בעניני רפואה פארן גרויסן מקבל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"