שפאנונג צום חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם מיידל שולע געביידע דקהל עדת יראים וויען

דינסטאג פ' תולדות • א' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן וואך וועט געפייערט ווערן דער גראנדיעזע מעמד חנוכת הבית פארן נייעם פרעכטיגע בנין בית יעקב, די מיידל שולע דקהל עדת יראים וויען, וואס איז אצינד פארענדיגט געווארן כלול בהדרו.

די נייע בנין בית יעקב איז געבויעט געווארן אין הארץ פון ניי וויליאמסבורג, נאך לענגערע יארן וואס עס האט געהערשט א שרעקליכע געדרענג אין די ביז יעצטיגע בנין הבית יעקב, שוין מיט צוועלף יאר צוריק האט מען אפגעקויפט א שטח אין ניי וויליאמסבורג, אבער צוליב פארשידענע פראבלעמען האט זיך די בוי ארבעט אפגעהאלטן ביז דריי יאר צוריק, ווען עס איז אין א מזל'דיגע שעה געגאסן געווארן די אבן הפינה פאר די נייע בנין.

אצינד בעידן חדוותא פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א, די שמחת הנישאוין פון אן אייניקל ביים רב שליט"א בן לחתנו הרה"צ רבי יואל משה מרדכי כץ חתן כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועט געפראוועט ווערן די מעמד חנוכת הבית בצוותא חדא מיטן שמחת השבע ברכות.

די פיר שטאקיגע בנין וואס האט אפגעקאסט קרוב צו 20 מיליאן דאללער, אנהאלט צענדליגע קלאס צימערן, א אודיטוריום, חדר אוכל, שפיל הויף אויפן דאך פונעם בנין, און נאך פילע איינריכטונגען לטובת די ילדי המוסד.

די חגיגה וועט פארקומען קומענדיגן זינטאג ויצא אינעם אודיטאריום פון די נייע בנין, במעמד כל הקהל הקודש ובראשם די חשובע נגידים וועלכע האבן געקויפט זכותים אינעם בנין אין בראשות פון די ראש בית אב כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א, די זיידע כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין פילע אדמור"י ורבני העיר וועלכע וועלן מפאר זיין דעם מעמד.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"