העתירו אל ה': האד' מדינוב וועט מארגן אדורכגיין ערנסטע אפעראציע

מונטאג פ' חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

העתירו אל ה': כלל ישראל איבער די וועלט טוען מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט מארגן דינסטאג פארמיטאג אדורכגיין א ערנסטע אפעראציע צו פארגרינגערן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד.

דער דינובער רבי שליט"א וועלכער איז פון די גאר אנגעזעענע אדמורי"ם אין שטאט וויליאמסבורג, ליידט שוין די לעצטע פאר יאהר פון פארשידענע מיחושים אין וועט דעריבער אפערירט ווערן אויפן האלז – אן אפעראציע וואס קען געדויערן ביז זעקס שעה, דער ציבור איז מתפלל אין מרבה בתפילה לרפואתו השלימה פון מרן יצחק יעקב בן חיה פרימא רבקה, די אפעראציע זאל אדורכגיין כשורה, און די רבי זאל אהיימקומען געזונטערהייט אינגיכן מיט פרישע כוחות.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"