לאור המצב • הייס געווער אין גור על כל צרה שלא תבוא

דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

אין א דראמאטישע שריט איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש גור אז בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועט געגעבן ווערן ערלויבעניש פאר א באשטימטער צאל יונגעלייט צו טראגן מיט זיך געווער, צו פארזיכערן די טויזנטער חסידים אין באי ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים. דאס קומט אין ליכט פון די אנגעצויגענע מצב המלחמה אין ארץ ישראל, ווען מחדרים אימה און עס הערשט א פחד איבער וואס די קומענדיגע מינוט קען ברענגען, האבן די עסקנים אין איינקלאנג מיט די פאליציי פארמירט א גראפע פון צוואנצינג אינגעלייט אין זיי טרענירן זיך צו באנוצן מיט הייס געווער, די יונגעלייט וועלן כסדר טראגן די געווער מיט זיך אין פאל פון סיי וואספארא אטאקע וכדומה, היו לא תהיה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל