בוא ברוך ה' • האד' מוויז'ניץ אנגעקומען קיין ניו יארק

זונטאג פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגם

היינט צופרי האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א געלאנדעט אין די JFK לופטפעלד אין ניו יארק צו באשיינען די שמחת הברית פון די עלטסטע אור אור אייניקל בליעה"ר, עס האבן אפגעווארט א שיינעם ציבור חסידים וועלכע זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א.

די רבי איז תיכף אריינגעפארן קיין מאנסי צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יהודה יואל ראזנפעלד וואו מען האט געדאווענט שחרית.

היינט נאכמיטאג וועט פארקומען די קריאת שמע ליינען אין ביהמ"ד צמח צדיק וויזניץ אין מאנסי, און שפעטער ביינאכט די שמחת הוואכנאכט אין ביהמ"ד, אינאיינעם מיט די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, אייניקל פון חתנו הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"