האד' מסאטמאר ערווארטעט אויף קורצע באזוך אין שטאט מאנטריאל לרגל חתונה בבית הנגיד בנש"ק ר' יהודא ווייס

מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

צהלי ורוני יושבת מאנטריאל

ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס וועט דעם קומענדיגן מיטוואך מופיע זיין אין די שטאט אויף א קורצע באזוך צו באשיינען די שמחת הנישואין בבית הנגיד בנש"ק ר' יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל מהיושבים ראשונה במלכות סאטמאר. דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב פארן חשובן נדיב וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהילת סאטמאר ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש אין מאנטרעאל יצ"ו.

גלייכצייטאג וועט די רבי שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב חסידיו אינעם ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב אין מאנטרעאל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל