רייזע פון האד' מוויז'ניץ קיין שווייץ אפגערופן אין ליכט פון עת צרה בארה"ק

דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א אפגערופן דער געפלאנטער נסיעה וואס די רבי האט געזאלט ארויספארן מארגן מיטוואך קיין שווייץ אויף אפרוה לצורך בריאותו. די רבי האט זיך אויסגעדריקט פאר די מקורבים אז אין א צייט וואס יושבי ארץ הקודש געפינען זיך בצרה ומצוקה וויל ער נישט פארלאזן ארץ ישראל נאר פארבלייבן בקרב עדת צאן מרעיתו אין מרבה זיין בתפילה אין די שווערע צייט.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל