ברוך דיין האמת • האברך ר' חיים יהודה קרויס ע"ה בן הגה"צ אבד"ק בית שמואל שליט"א

דינסטאג ב' דחוה"מ סוכות • י"ח תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: פון וויליאמסבורג קומט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון האברך החשוב ר' חיים יהודה קרויס ע"ה א זוהן פון יבלחט"א הגה"צ רבי אהרן קרויס שלחט"א אבד"ק בית שמואל וואס איז היינט נפטר געווארן לחיי העולם הבא בדמי ימיו אין עלטער פון בלויז ניין אין דרייסיג יאהר. ר' חיים יודל איז אלע יארן געשטאנען לימינו פון זיין גרויסן טאטן דער רב שליט"א, געווען יד ימינו און באגלייט אויף טריט און שריט בפרט מיטן אוועקשטעלן די ישיבה אין דער ביהמ"ד בנשיאתו.

די לעצטע תקופה האט ער זיך ליידער געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה ל"ע אין היינט דעם צווייטן טאג חול המועד האט ער אויסגעהאכט זיין נשמה לדאבון לב משפחתו וכל מכיריו.

די' לוי גייט ארויס היינט דריי אזייגער נאכמיטאג פון ביהמ"ד בית שמואל אויף מיורטל ביים ווינקל פון סקילמאן צום בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד הילל'ס.

ת.נ.צ.ב.ה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל