אשת חבר • נפטר געווארן הרבנית הצדקנית מפאריסוב ע"ה

מונטאג א' דחוה"מ סוכות • י"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת

יעצט אויפדערנאכט אין ארץ ישראל קומט אן די ביטערע בשורה פון די הדסה שפיטאל איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מפאריסוב הרבנית מרת אסתר איטא ראבינאוויטש ע"ה, מחברתו הטהורה פון יבלחט"א כ"ק האדמו"ר מפאריסוב שליט"א וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר.

די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה"צ רבי שלמה צבי אטיק זצ"ל מנקיי הדעת שבירושלים. די לעצטע יאהר צייט איז די רעבעצען ליידער נישט געוועהן בקו הבריאות, דעם יו"ט סוכות איז אנטשטאנען א שטארקע פארערגערונג אין איר מצב הבריאות, און יעצט אויפדערנאכט איז זי נפטר געווארן בשיבה טובה לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן.

פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל