האד' מדינוב באזוכט ביי האד' מקאלוב לרפו"ש

מיטוואך פ' וזאת הברכה • י"ב תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מערכת דינוב

פארלאפענעם וואך עשרת ימי תשובה איז כ"ק האדמו"ר מדינוב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש זיך וואונטשן צום נייעם יאהר וואו די דינוב'ער רבי האט שטארק אויסגעהויבן די פעולות נשגבות פונעם קאלובער רבין להשיב ישראל לאביהם שבשמים, אין איבערגעגעבן א גריס פון די ערליכע רוסישע אידען וועלכע קומען כסדר אריין צו איהם אין זאגן אז זיי זענען די פירות און די פירות פירותיהן פון די קאלובער רבי, דערנאך האט מען געזינגען די ניגון סול הקאקאש אין די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן בברכת השנים.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל