נס גלוי • האד' מפאלטישאן אהיימגעקומען פון שפיטאל אדאנק תפילות ישראל

מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז אויפגענימען געווארן די פריידיגע נייעס ארויס פון די פילידעלפיע קליניק שפיטאל אז כ"ק האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א אין בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל, אדאנק תפילות ישראל וואס זענען ברוך השם נענה געוועהן אין געברעגנט דעם ישועה למעלה מדרך הטבע. טראץ וואס די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן צוליב דעם רבינס שמאלן מצב האט זיך אבער ארויסגעוויזן דער כח פון תפילות ישראל אין דער רבי שליט"א איז צוביסלעך צוריקגעקומען צו די כוחות ביז מען האט געקענט אראפנעמען דעם רבי'ן פונעם רעספירעיטער, אין אצינד פארלאזט די רבי דעם שפיטאל אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין בארא פארק.

דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע ערהוילונג פונעם רבי'ן שליט"א, מרן שלום מאיר בן צירל בתוך שאר חולי ישראל.

די רבי שליט"א יעצט נאכמיטאג אויפן וועג אהיים פון שפיטאל

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"