מאסיווע אויפרייס דעם יו"ט ראש השנה ביים קלויז הגדול דחסידי באיאן אין ירושלים

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי באיאן האבן דעם יו"ט ראש השנה אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים וואס האט פאסירט דעם צווייטן טאג יו"ט ווען נאך ברכת כהנים איז געהערט געווארן א גרויסע אויפרייס ווען אן אונטערערדישע עלעקטרישע דראט האט אויפגעריסן נישט ווייט אוועק פונעם גרויסן באיאנער קלויז, פון וואס עטליכע ארומיגע קארס זענען געשעדיגט געווארן. די פאליציי אין פייערלעשער האבן אפגעשפארט דעם גאנצן אומגעגענט אין בחסדי שמים איז נישט געוועהן קיין פארוואונדערטע. דער אפענע חסדים אין ניסים גילויים זאכט זיך ארויס ווי פון זיך אליין נעמענדיג אין באטראכט די גרויסע שאדנס וואס דער אויפרייס וואלט חלילה פאסירט בלויז עטליכע מינוט שפעטער.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"