לקיים בנו חכמי ישראל • האד' מתולדות צבי ד'ספינקא אריינגענימען אין שפיטאל צוליב שוואכקייט

מונטאג פ' האזינו א' • כ"ה אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

נעכטן זינטאג נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א אריינגענימען געווארן צו די לעניקס שפיטאל נאך א שטארקע שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן בעפאר שבת. דעם שבת איז די רבי נישט ארויסגעקומען צו די תפילות אין טישן, אין נישט פארגעזאגט די סליחות ווי איינגעפירט.

נאכן דורכפירן עטליכע טעסטסט האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז די רבי האט ווארשיינדלעך געליטן פון א לייכטע סטראוק אין צוגאב צו נאך פארשידענע מיחושים וואס האט צוגעברענגט דעם שוואכקייט.

אין לויף פון די נאכט האט זיך דער מצב ב"ה פארבעסערט אין מען האפט אז די רבי וועט נאך היינט קענען אהיימקומען פון שפיטאל אין זיך משתתף זיין ביי די ברית פון אן אייניקל וואס קומט פאר היינט מיטאג, דער ציבור איז ווייטער מתפלל לחיזוק הכוחות אין בריאות השלימות פון מרן אלעזר יצחק אייזיק בן אסתר רחל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"