דריי גאלעריע'ס אויפגעבויעט אין ביהמ"ד הגדול פאפא לקראת יו"ט ראש השנה

מיטוואך פ' נצבים וילך – כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

אינעם ביהמ"ד הגדול 'קהלת יעקב' דחסידי פאפא אין וויליאמסבורג קומען שוין פאר העפטיגע צוגרייטונגען לקראת די ימים הנוראים הבאים לקראתנו, דאס איז יאהר איז געמאלדן געווארן מטעם די הנהלת הקהילה אז אויף יום טוב ראש השנה וועט צוגעלייגט ווערן א דריטע גאלעריע אין ביהמ"ד הגדול, צו קענען נאכקומען די וואוקס פונעם ציבור בלי עין הרע אין לינדערן די שרעקליכע מאנגל אין פלאץ וואס הערשט אין ביהמ"ד אין די ימים הנוראים.

אין צוגאב צו צוויי גאלעריעס וואס איז אויפגעבויעט געווארן וואו אין די פארגאנגענע יארן, איז היי יאר צוגעלייגט געווארן א דריטע גאלעריע אויף צפון זייט פון בית המדרש, אזוי אויך האט מען אנגעהויבן בויען די דריי סוכות סיי אויף בעדפארד עוו. אין אויף פענן סט. פאר די סעודת אין עריכת השולחנות ראש השנה וואס געפעלט דאס יאהר אום שבת.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"