ספעציעלע זמני כניסה ביי האד' מפשעווארסק פאר חסידים תושבי לאנדאן

מיטוואך פ' כי תבוא – י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז געוועהן ספעציעלע זמני כניסה ביי כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען פאר קהל עדת צאן מרעיתו תושבי לאנדאן. וואו יאהר יערליך איז באשטימט געווארן איינע פון די אלול טעג אלס זמני כניסה מיוחד פאר די חסידים אין לאנדאן, אריינצוגיין בקודש פנימה בפתקי דרחמי' לקראת די ימי הרחמים והרצון. עס איז געוועהן צוגעשטעלט טראספארטאציע אין אזוי אויך האבן זיך פילע אידן ארויסגעלאזט מיט פריוואטע קאר'ס.

פאר לענגערע שעהן האט די רבי שליט"א אויפגענימען דעם ציבור אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש אין דערנאך געזעגנט די חסידים בברכות לרוב. דער וועד הכנסת אורחים בחצר הקודש פשעווארסק האט אויפגענימען די געסט ביותרת הכבוד אין א נארהאפטיגע נאכטמאל איז געוועהן צוגעגרייט פאר די חסידים זיך צו קענען דערקוויקן נאך דעם לאנגע רייזע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"