האד' מוויז'ניץ לאנדאן ווידער אריינגענימען אין שפיטאל צוליב חולשה

דינסטאג פ' כי תבוא – י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א איינגעפארן צו די 'לאנדאן קליניק' שפיטאל נאכן ליידן פון א שטארקע שוואכקייט די לעצטע טעג זינט שבת. אויפן ראט פון די דאקטוירים האט מען גענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל, אויף א רייע אונטערזוכונגען. די רבי שליט"א וועט פארבלייבן איבערנאכט אין שפיטאל, מיטן האפענונג צו קענען דערגיין דעם אורזאך פונעם חולשה אין די רבי זאל וואס שנעלער קומען צו די כוחות. אידן איבער די וועלט זענען ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א מרן דוד בן סימא מירל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"