האד' מבית חיים יהושע אהיימגעקומען פון שפיטאל ערב שבת

מוצ"ש פ' ואתחנן – י"א אב תשפ"ג | קול בחצרות

מיט דערלייכטערונג איז אויפגענימען געווארן די בשורה טובה אז כ"ק האדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א איז דעם ערב שבת הארט פארן כניסת הזמן אהיימגעקומען פון שפיטאל נאכן ליידן פון א לייכטע סטראוק דעם ערב תשעה באב.

די רבי וועט פארבלייבן אינדערהיים אונטער די אויפזיכט פון דאקטוירים ביז צו זיין גענצליכע ערהוילונג בס"ד. דעם תשעה באב נאכמיטאג האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיטן רבי'ן שליט"א, כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) אין כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האבן דורש געוועהן בשלומו אין זיך נאכגעפרעגט איבערן רבינ'ס מצב הבריאות.

דעם ציבור איז ווייטער מתפלל לרפואת מרן יעקב יוסף בן לאה לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל