האד' מקאסוב מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים אין גליל

דינסטאג פ' ואתחנן – ז' אב תשפ"ג | קול בחצרות

כ"ק האדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע זוממער וואכן אין ארץ ישראל איז נעכטן ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל ווי די רבי האט מתפלל געוועהן לישעות הכלל והפרט, נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון אין דערנאך פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם אריז"ל אין צפת שטייענדיג אין די דריי טעג פון די יארצייט, שפעטער נאכמיטאג האט די רבי געדאווענט מנחה אין די קאסוב'ער קלויז אין צפת אין אויך אריבער אויף א באזוך צו כ"ק האדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל