ירושלימער מעיאר משה ליאון באזוכט ביי האד' מסלונים

מונטאג פ' ואתחנן – ו' אב תשפ"ג | קול בחצרות

אין א זעלטענע שריט, האט כ"ק האדמו"ר מסלונים שליט"א דער וואך אויפגענומען דעם ירושלימער מעיאר מר. משה ליאון בביתו נאווה קודש אין ירושלים, אין באגלייטונג פון זיינע נאנטע חרדישע געהילפן און ראטגעבער, ביים זיצונג האט מען אויסגעשמועסט וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק, די רבי האט זיך באדאנקט פארן מעיאר פאר זיינע פילע לייסטונגען פארן כלל אין בפרט פאר די סלונימער קהילה אין מוסדות אין ארויסגעברעגנט די אחריות וואס ליגט אויפן מעיאר צו היטן אויף קדושת ירושלים עיר הקודש אין מאציל געוועהן מברכת קדשו.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל