אמא של מלכות • חסידי בוהוש זענען מתפלל לרפואת הרבנית הצדקנית מוטטער פון האד' מבוהוש

מונטאג פ' דברים – כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

השתדלו והרבו תחינה ובקשה: יעצט נאכמיטאג זענען חסידי בוהוש פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון הרבנית אמא של מלכות מוטער פון כ"ק האדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע געפינט זיך אין א קריטישער געזינט צושטאנד אין איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.

דער רעבעצען געפינט זיך אין איר שטוב אין בני ברק ארומגענימען מיט די בני המשפחה אין דאקטוירים, אין אלע קלויזן דחסידי בוהוש אין אזוי אויך אין די ישיבות אין כוללים נעמט מען זיך צוזאם אויף מניני תהילים לרפואת הרבנית מרת שיינדל שרה דבורה בת יוכבד פייגא בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל