הגר"ש קאמינעצקי ערשינען אין ישיבה באלד נאכן באפרייט ווערן פון שפיטאל

מונטאג פ' דברים – כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

נעכטן נאכמיטאג איז הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך שווערע וואכן ווען זאכן האבן מתחילה אויסגעזען גאר שמאל, האט מען אבער בחסדי השם געזען נסים גלויים. באלד ביים באפרייט ווערן פון שפיטאל נאך איידערן זיך אומקערן אהיים איז די ראש ישיבה צוגעפארן צום ישיבה אין פילידעלפיע ווי ער איז אויפגענימען געווארן ברוב שמחה והתרגשות דורך די תלמידי הישיבה, דער ראש ישיבה האט זיך באדאנקט אויף די פילע תפילות אין קבלת טובות לרפואתו אין געבעטן מען זאל ממשיך זיין דאווענען פאר זיין גענצליכע ערהוילונג בס"ד.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל