ומשפע מצוות תפילין • הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח ביים אנגרייטן די תפילין פאר בנו הבחור הבר מצווה

מונטאג פ' דברים – כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

היינט אין די פארמיטאג שעה'ן האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א באזוכט אין די 'הצלחה' תפילין פאבריק אין בני ברק אינאיינעם מיט בנו הבחור הבר מצוה כמר אשר ישעי' יהודה רוקח ני"ו, וואו הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט עוסק געוועהן בעבודת הקודש אנצוגרייטן די תפילין אין צוגעענדיגן די בתים פונעם בר מצוה בחור, לקראת די גרויסער שמחה וואס וועט פארקומען ברוב עם הדרת מלך דעם קומענדיגן כ"א אב ביים יארצייט טיש בחצה"ק בעלזא לרגל די הילולא פונעם בעלזער רב זי"ע.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל