בַּקְּשׁוּ רַחֲמִים • הגה"צ הישיש רבי אהרן מרדכי רוטנער אנגעוויזן אויף רחמי שמים

זונטאג פ' דברים – כ"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בקשו רחמים: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון הגה"צ הישיש רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וואס געפינט זיך אין די לעצטע פאר טאג אין א שטארקע חולשה נאכן אומפאלן אין שטוב און איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל.

אויפן ראט פון די דאקטוירים איז מען נישט אריינגעפארן אין שפיטאל, רבי אהרן מרדכי געפינט זיך אין שטוב אונטער די אויפזוכט פון א געלונגענע שטאב פון איבערגעגעבענע דאקטוירים מומחים כדי צו פארזיערכן די העכסטע מאס זיכערהייט ארום זיין געזונט צושטאנד, דער ציבור איז מרבה תפילה לבריאותו השלימה וחיזוק הכוחות פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי בן חנה לרפואה שלימה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל