לקיים בנו חכמי ישראל • הגרב"מ אזרחי אריינגעפירט אין שפיטאל

זונטאג פ' מטות מסעי – כ' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל וואס איז היינט שבת נאכמיטאג אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

דער ראש ישיבה האט געוויילט אויף שבת אין מודיעין עילית בקרב תלמידי ישיבתו ווי זיין שטייגער, שבת נאכמיטאג האט ער געליטן פון שוועריקייטן מיט אטעם אין איז אריינגעפירט געווארן צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים אויף באהאנדלונגען, ווי דער ראש ישיבה וועט פארלייבן די קומענדיגער טעג אויף אבזערוואציע, דער נאמען צו מתפלל זיין איז הגאון רבי ברוך מרדכי בן הינדא מלכה בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל