האד' מבעלזא ביים געזעגענען נכדו הרב שלום רוקח צום היסטארישע נסיעה קיין מעלבארן אוסטראליע

מיטוואך פ' חקת בלק – ט' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

נעכטן אויפדערנאכט איז אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א במעון קדשו אין טעלז סטאון נכדו הגדול הרה"ג ר' שלום רוקח וואס איז אריבערגעקומען זיך געזעגענען איידער די נסיעה קיין מעלבארן אוסטראליע, וואס הרב שלום נעמט אינטער מחזק זיין די ארטיגע חסידישע קהילה, און אויפטרייבן געלטער לטובת מרכז מוסדות בעלזא, די רב האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר נכדו חביבו אויף הצלחה און סייעתא דשמיא להרמת קרן התורה והחסידות אינעם ווייטן אויסטראליע.

אויך זענען אריין צום רב די גבאים אין שלוחים נאמנים פון מרכז מוסדות בעלזא וועלכע וועלן באגלייטן הרב שלום דורכאויס די נסיעה, צווישן זיי דער משמש בקודש הרב אהרן ווינד און די ראשי המרכז, ווי די רב האט אנגעוואונטשן ספעציעלע מתנות קודש וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די נדיבים בעם תומכי המוסדות.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"