בשליחות הקודש • משלחת רבני ודייני בעלזא מנחם אבל ביי קינדער פון ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל

פרייטאג פ' נשא – י"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות

היינט אויפדערנאכט האט א חשובע דעלעגאציע בשליחות הקודש פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א באזוכט אין בני ברק ביי די גדולי ראש הישיבות פון די ליטווישע קרייזן איינצולאדענען צו די גרויסער בעלזער חתונה וואס קומט פאר די קומענדיגער וואך, דער משלחת אין שפיץ פון הרה"ג רבי יענקל גרינוואלד חבר בד"ץ מחזיקי הדת אין עטליכע דיינים זענען ארויף צום שטוב פון הגאון הגדול רבי דוב לנדא אין הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראשי ישיבת סלאבודקא ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן שיינע תורה'דיגע שמועסן.

דערנאך האט דער משלחת מנחם אבל געוועהן ביי די קינדער פונעם ראש ישיבה הגאון הגדול רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל אין בני ברק בשליחותו פונעם רב שליט"א.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל