האד' מסאטמאר הייסט אפרופן געפלאנטע הדלקה אין מירון | באריכט

זונטאג פ' בהר בחקתי – ט"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות

יעצט נאכמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבערגעגעבן די הוראות קודש פון פאר די ראשי הקהילה אין בני ברק מבטל צו זיין דער יערליכע הדלקה וואס איז געוועהן געפלאנט פארצוקומען דאס יאהר אין אתרא קדישא מירון אויפן מתחם ההדלקות, צוליב דעם וואס דער שטח געפינט זיך אונטער די בעלות פון די ציוניסטישע ממשלה.

אנשטאט וועט דער הדלקה געפראוועט ווערן בליל ל"ג בעומר אין שיכון סאטמאר אין בני ברק אין שפיץ פון דעם אורח הכבוד הגה"צ ר' העניך אשכנזי אב"ד אבני צדק וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן בשליחות הקודש פון זיין גרויסן שווער כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א מפאר צו זיין דעם יו"ט ל"ג בעומר בקרב חסידי סאטמאר אין בני ברק.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל