הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן וועט פראווען שבת אין עיה"ק ירושלים כהכנה צו ל"ג בעומר

מיטוואך פ' אמור – י"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות

דער וואך שבת וועט דער הייליגער שטאט ירושלים האבן די כבוד אין די זכיה אז המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וועט פראווען א גרויסער שבת אין שטאט כהכנה דרבה צום יו"ט ל"ג בעומר הממשמש ובא.

הרה"צ רבי אלימלך איז שוין נישט קיין פנים חדשות אין ירושלים, דאס מאל האבן די עסקנים ארויסגעדינגען די ריזן חצר פון די בית מלכה זאלן אין צענטער פון שטאט, וואס וועט ווערן אויסגעשטאט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס אין הונדערטער טישן מיט בענקלעך, אויף די מאקסימום אז עס זאל קענען דערהייבן דעם ריזיגן ערווארטערטע פלייץ פון די טויזנטער תושבי ירושלים הצמאים לשמוע דבר ה', אין די פילע אידן פון אויסלאנד וועלכע זענען שוין געקומען צו פארן אויף ל"ג בעומר אין וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצילו פונעם משפיע אין זיך דערווארעמען לאורו.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל