האד' מספינקא באפרייט פון שפיטאל נאך גאנצע צוויי וואכן

מיטוואך פ' אחרי קדושים – ה' אייר תשפ"ג

מיט דערלייכטערונג איז אויפגענימען געווארן די גינסטיגע נייעס אז כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל למעון קדשו אין בארא פארק נאך גאנצע צוויי וואכן זינט דעם פארלאפענעם חול המועד פסח ווען די רבי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א אינפעקשן, אצינד איז די רבי אהיימגעקומען נאך וואס דער אינפעקשן האט זיך ב"ה פארבעסערט, כאטש וואס די רבי איז נאך שטארק אפגעשוואכט, דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע רפואה פון מרן נפתלי צבי בן פערל לרפואה שלימה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל