לשמחת לב חסידי בעלזא • האד' מבעלזא אריינגעקומען צום דאווענען אין געפראוועט שלש סעודות ברוב עם

מוצ"ש פ' תזריע מצורע – י"א ניסן תשפ"ג | קול בחצרות

דער וואך שבת איז כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א אריינגעקומען אין גרויסן היכל צום דאווענען פרייטיג צונאכטס אין אזוי אויך צו שלש סעודות אינעם גרויסן שטוב, מוצאי שבת נאך הבדלה איז מען א לענגערע צייט דורך זאגן גוט וואך, שבת אינדערפרי ביים דאווענען אין ביהמ"ד הגדול איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי צוגעגאנגען צו שחרית אין הלל אין עולה געוועהן שישי.

אין די טעג טוט זיך דער רב שליט"א נאך ערהוילן בביתו נאווה קודש אונטער די אויפזוכט פון א געלונגענע שטאב פון איבערגעגעבענע דאקטוירים, דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער מרבה צו זיין בתפילה פאר די גענצליכע רפואה פון מרן ישכר דוב בן מרים לרפואה שלימה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל