הקבלת פני רבו ברגל • האד' מרחמיסטריווקא וועט ערשיינען אין ביהמ"ד צום שמחת המועד

זונטאג ב' דחוה"מ פסח – י"ח ניסן תשפ"ג

פון חצר הקודש רחמסיטריווקא איז געמאלדן געווארן אז בעזר השי"ת וועט מען האבן די זכיה היינט אין מארגן אז כ"ק האדמו"ר מרחמיסטירווקא שליט"א וועט ערשיינען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד שמחת המועד לכבוד יו"ט, ווען דערביי וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די חסידים פון נאנט אין פון ווייט מקיים צו זיין דעם חייב אדם להקביל פני רבו ברגל.

די רבי וועט אריינקומען אין ביהמ"ד אום ניין אזייגער אויפעדערנאכט, דאס ביהמ"ד וועט אצינד צוגערישט מיט די מאקסימום פלעצער אין הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום דעם גאנצן היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל