פייער אויסגעבראכן אין מצה בעקעריי ד'שיכון סקווירא

דינסטאג שבוע שחל בו פסח – י"ג ניסן תשפ"ג

נעכטן מאנטיג נאכמיטאג האט א פייער אויסגעבראכן אין די מצה בעקעריי אין שיכון סקווירא שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגערוקט פונעם יו"ט פסח אין די פַארנומענסטע צייט פונעם מצה בעקעריי סעזָאן, די פייער האט אויסגעבראכן ביי עטליכע ליידיגע טרעילערס וועלכע זענען געשטאנען פארנט פונעם בעקעריי און אויס מורא אז דער פייער זאל זיך נישט פארשפרייטן, האָט מען אָפּגעשטעלט די מצה פּראָדוקציע פאר א וויילע ביז ווילאנג די פייער איז געברענגט געווָארן אונטער קָאנטרָאל. טאקע א קורצע צייט דערויף האט מען צוריק אַקטיוויזירט די מצה באַקן פּראָדוקציע ווי געהעריג.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל