קרית וויז'ניץ • צוויי גאסן א נאמען געגעבן נאך אדמור"י וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' צו – ח' ניסן תשפ"ג

קול בחצרות – שטייענדיג ערב די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, זענען חסידי וויזניץ דערפריידט געווארן מיט די בשורה מרנינה, אז בקרוב הימים וועט מען געבן נייע נעמען פאר צוויי גאסן אין שיכון ויזניץ בני ברק, נאך די פריערדיגע רביים צדיקי בית וויז'ניץ.

די גאס "רחוב הר סיני" וואס גרעניצט זיך מיט רחוב אהבת שלום, הארט נעבן די בנין ביהמ"ד הגדול בית ויזניץ, דארט וואו עס האט געוואוינט הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, וועט פון היינט אן גערופן ווערן "רחוב ישועות משה", און די גאס "רחוב קיבוץ גליות" וואו עס שטייט מיט פראכט די בנין פון ישיבת בית ישראל ודמשק אליעזר ויזניץ, וועט גערופן ווערן רחוב אהבת ישראל, לשמו ולזכרו פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל