השתדלו והרבו תחינה • הצלה היינט אלאמירט צום שטוב פון בעלזער רב שליט"א

מיטוואך פ' צו – ז' ניסן תשפ"ג

קול בחצרות – היינט אין די פארמיטאג שעהן זענען די חברה הצלה אלאמירט געווארן למעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א נאכדעם וואס די רב איז אומגעפאלן אין שטוב, נאך א קורצע אונטערזיכונג האבן דאקטוירים קלארגעשטעלט אז דער רב געפינט זיך ב"ה אין א גוטן געזוט צושטאנד אין קען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש ווי געהעריג, גלייכצייטיג זענען חסידי בעלזא פארבעטן געווארן ווייטער מתפלל צו זיין לבריאות השלימות פונעם רב שיתחדש כנשר נעוריו, מרן ישכר דוב בן מרים.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל