האחים האדמו"רים מזוטשקא וועלן אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל שמחה בבית האד' מזוטשקא מאנסי

מוצש"ק פ' כי תשא – י"ח אדר ה'תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרדיט שוקי לרר

מארגן זינטאג וועלן די ברידער כ"ק האד' מזוטשקא שליט"א ואתו עמו האדמו"רים מזוטשקא אמסאנא אין זוטשקא ירושלים אפפליען קיין ניו יארק לרגל די שמחה השרויה במעונו פונעם ברידער כ"ק האד' מזוטשקא מאנסי שליט"א, די חתונה פון די כלה א טאכטער ביים זוטשקא רבין פון מאנסי וואס קומט פאר דעם מאנטיג אין בארא פארק.

מארגן זינטיג אויפדערנאכט וועט פארקומען א התוועדות תלמידים אין מעמד קבלת פנים לכבודו פון כ"ק האד' מזוטשקא שליט"א אין אמשינוב'ער ביהמ"ד אין בארא פארק, אין לויף פון די ימי הביקור וועט די רבי דאווענען די תפילות אין אמשינוב'ער ביהמ"ד אין נאכן דאווענען אויפנעמען דעם ציבור לעצה ולברכה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל